
    

    אײראָפּע: פּראָגראַמװאַרג און די װעלטנעץ:
    אוניקאָד איבער דער גאָרער װעלט
    IUC10
    פֿאַרשרײַבט זיך שױן אױף דער צענטער אינטערנאַציאָנאַלער אוניקאָד-קאָנפֿערענץ, װאָס װעט פֿאָרקומען דעם
    10טן ביזן 12טן מאַרץ, 1997, אין מײַנץ, דײַטשלאַנד. די קאָנפֿערענץ װעט צוזאַמענברענגן מבֿינים פֿון װעלטנעץ,
     אוניקאָד, אי אַלװעלטלעכן אי סבֿיבֿהדיקן פּראָגראַמװאַרג, אַרײַנשטעלן אוניקאָד אין אָפּעריר-סיסטעמען און
    אָנװענדונגען, שריפֿטן, טעקסט-אױסשטעל, און מערשפּראַכיקע קאָמפּיוטערײַ.

    Unicode
    אַז די װעלט װיל רעדן, רעדט זי אוניקאָד

    